Content-Length: 341978 | pFad | http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A6%D7%A8%D7%99%D7%9D

עגיפטן – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

עגיפטן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מצרים)

אראבישע רעפובליק פון עגיפטן
פאן עגיפטן
פאן עגיפטן
סימבאָל עגיפטן
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: בילאַדי, בילאַדי, בילאַדי
אָרט פֿון עגיפטן
אָרט פֿון עגיפטן
קאָנטינענט אפריקע (טייל אין אזיע)
אָפֿיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט קיירא 30°2′N 31°13′E / 30.033°N 31.217°E / 30.033; 31.217
רעגירונג רעפובליק פאקטיש דיקטאטור
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

עבד אל פתח' א-סיסי
גרינדונג דאַטום
28סטן פעברואר 1922 פונעם

פאראייניגטן קעניגרייך

פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,002,450 קוואַדראַט ק"מ
30סט
0.632
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

77,420,000[1]

82.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $469.663 ביליאן[2] ()
וואַלוטע עגיפטישער פונט
צײַט זאָנע מזרח אייראפעישער זייגער UTC+2
אינטערנעט דאָמען eg.
טעלעפֿאָן קאָד 20+

לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value). עגיפטן (א טייל פון אמאליקן מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

דער נאמען עגיפטן שטאמט פון אלט גריכיש Αἴγυπτος (אייגיפטאס).

גריכישע און רוימישע עגיפטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מוכאמאד אלי דינאסטיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפעאישער אינטערווענץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בריטישער פראטעקטאראט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק דעם 28סטן פעברואר 1922.

עגיפטן האט א שטח פון 1,001,450 קוואדראט ק"מ, און איז דאס 29סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. עגיפטן ליגט צווישן די גארטל ליניעס 22º און 32ºN, און צווישן די מערידיאנען 25º און 35ºE. דער קלימאט איז זייער טריקן, דערפאר וואוינט דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג אין א שמאלן פאס אינעם נילוס טאל.

עגיפטן האט א סטראטעגישע לאקאציע וואס באהעפט די יבשות פון די קאטינענטן אזיע און אפריקע דורכן איסטמאס פון סועץ, אדורם וואס גייט דער סועץ קאנאל, וואס פארבינדט דעם מיטלענדישן מיטן אינדישן אקעאן דורכן ים סוף, וואס שיפן קענען אדורכפארן.

א צווייג פון טייך נילוס לעבן אסוואן

אחוץ פונעם נילוס טאל, דער גרעסטער טייל פונעם לאנדשאפט איז מדבר, מיט נאר א פאר אאזיסן דא און דארט. די ווינטן שאפן גרויסע זאמד־דיונעס וואס טייל פון זיי זענען העכער פון 30 מעטער. עגיפטן נעמט איין טיילן פונעם סאהארא מדבר און פונעם ליבישן מדבר. אין די צייטן פון די פרעה'ס וואס האבן געהערשט איבער מצרים האבן די מדבריות געשיצט דאס קעניגרייך פון אינוואזיע פון מערב.

צווישן די שטעט און שטעטלעך זענען אלעקסאנדריע, די צווייטע גרעסטע שטאט; אסוואן; אסיוט; קיירא, די היינטיקע הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט; גיזא, וואו געפינט זיך דער פיראמיד פון כופו; לוקסאר; פארט סאאיד; שארם אל שייך; סועץ, ביים דרום עק פונעם סועץ קאנאל; און זאגאזיג. אאזיסן געפינען זיך ביי באהאריע, אל דאכלא, פאראפרא, אל כארגא און סיווא.

דעם 13טן מערץ 2015 האט מען געמאלדן אז מען גייט בויען א נייע הויפטשטאט 45 קילאמעטער מזרח פון קיירא.

עגיפטן האט אן אויסטערלישן ווארעמען און טרוקענעם קלימאט. אויפן בארטן פונעם מיטלענדישן ים בלאזן קילערע ווינטן און דערפאר איז דארט נישט אזוי הייס ווי איבער אל אין לאנד. אין פרילינג בלאזט דער חאמסין, א ווארעמער טרוקענער ווינט, פון די מדבריות צו דרום. ווען דער חאמסין בלאזט ווערט ווארען בייטאג ביז C° ‏40 און אמאל ביז C° ‏50.

די עקאנאמיע פון עגיפטן פארלאזט זיך שטארק אויף לאנדווירטשאפט, מעדיע, אימפארט פון בענזין, נאטירלעכער ג'אז און טוריזם. מער ווי דריי מיליאן עגיפטער ארבעטן אין אויסלאנד, אין סאודי אראביע, פערסישן איינגאס, אייראפע און נאך לענדער.

עגיפטן באקומט הילף פון די פאראייניגטע שטאטן, א דורכשניט פון $2.2 ביליאן א יאר זייט 1979, און איז דאס דריטע גרעסטע באקומער פון אזעלכע געלטער פון די פאראייניגטע שטאטן. עגיפטן האט רעסורסן פון קוילן אין מדבר סיני און גראבט אויס 600,000 טאן א יאר. עגיפטן האט גאר א סך נאטירלעכע גאז, מיט רעזערוון פון אומגעפער 2,180 קובישע קילאמעטער, און עקספארטירט צו פיל לענדער. אין זיין יערליכן באריכט פון 2011 האט דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד געשאצט עגיפטן צווישן די לענדער וואס טוט מערסט איינצופירן עקאנאמישע רעפארם.

עגיפטן האט א סך ארימקייט מיט אפשר 40% פון דער באפעלקערונג וואס פארדינען נישט אפילו $2 א טאג.

טוריזם איז איינער פון די וויכטיגסטע סעקטארן פון עגיפטנ'ס עקאנאמיע. מער ווי 12.8 מיליאן טוריסטן האבן באזוכט עגיפטן אין 2008, און האבן אריינגעברענגט אין לאנד כמעט $11 ביליאן. דער טוריזם סעקטאר באארבעט בערך 12% פון עגיפטנ'ס ארבעטסקראפט.

טוריזם מיניסטער הישאם זאזו האט געזאגט פאר אידוסטריע פראפעסיאנעלע אז טוריזם האט אריינברענגט אין לאנד עטלעכע $9.4 ביליאן אין 2012, א ביסל מער ווי די $9 ביליאן אין 2011.

טראנספארט אין עגיפטן איז קאנצענטרירט ארום קיירא און די באזעצטע זידלונגען לענגאויס דעם נילוס.

די הויפטליניע פונעם לאנד'ס 40,800 ק"מ באן נעצווערק גייט פון אלעקסאנדריע קיין אסוואן, און ווערט אפערירט דורך עגיפטישע נאציאנאלע באנען. די באן נעצווערק האט 28 ליניעס און 796 סטאנציעס. די גאסן נעצווערק פאר פארמיטלען איז לאנג 37,000 קילאמעטער.

דער קיירא מעטרא אין עגיפטן איז דער ערשטער פון נאר צוויי מעטרא סיסטעמען אין גאנץ אפריקע און דער אראבישער וועלט. דעם מעטרא האט מען געבויט פאר א סומע פון 12 ביליאן עגיפטישע פונט. די סיסטעם האט דריי ליניעס און מען קלערט צו בויען נאך א פערטע ליניע.

עגיפטן ווערט פאררעכנט איינער פון די פיאנער לענדער אין ניצן לופט טראנספארט. די פאן לופטליניע פון עגיפטן, עגיפטלופט איז געווארן געגרינדעט אין 1932 און געהערט 100% צו דער עגיפטישער רעגירונג. די לופטליניע איז באזירט אין קיירא אינטערנאציאנאלער פליפארט, און אפערירט פאסאזשירן און פראכט דינסטן צו מער ווי 75 צילן אינעם מיטל מזרח, אייראפע, אפריקע, אזיע און די אמעריקעס. היינט האט עגיפטלופט א פלאט פון 80 עראפלאנען.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סועץ קאנאל

דער סועץ קאנאל איז א געמאכטער ים־ניווא וואסערוועג אין עגיפטן וואס איז דער וויכטיקסטער צענטער פון ים־טראנספארט אינעם מיטל מזרח, און באהעפט דעם מיטלענדישן ים מיטן ים סוף. דעם קאנאל האט מען געעפנט נאוועמבער 1869 נאך צען יאר בוי־ארבעט. ער דערמעגלעכט שיף טראנספארט צווישן אייראפע און אזיע אן צו דארפן נאוויגירן ארום אפריקע. דער צפון טערמין איז פארט סאאיד און דער דרום טערמין איז פארט טאוופיק אין דער שטאט סועץ. אויף זיין מערב ברעג ליגט איסמאיליע, 3 ק"מ פונעם מיטלפונקט.


דער קאנאל איז ברייט 193.30 ק"מ, טיף 24 מעטער און און ברייט 205 מעטער (ווי אין 2010). דער קאנאל האט אן איינצעלן פֿארוועג, מיט ערטער אריבערצוגיין אין באלאה און דער גרויסע ביטערע אזערע. דער קאנאל האט נישט קיין שליוזן. ים וואסער פליסט אדורכן קאנאל; צפון פון די ביטערע אזערעס פליסט דאס וואסער קיין צפון אין ווינטער און קיין דרום אין זומער. דרום פון די אזערעס ווענדט זיך דער שטראם לויטן ים־פֿלייץ ביי סועץ.

דיפלאמאטישע באציאונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עגיפטן פארמאגט פארהעלטנמעסיג גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אירע שכנים און מיט דער מוסלעמענער וועלט. עגיפטנ'ס אגענדע איז בדרך כלל מער ליבעראל געשטימט ווי רוב מוסלעמענער לענדער אין די געגנט.

כאטש עגיפטן איז באוואוינט מער א מערהייט פון סוני מוסלעמענער, דאך פארטראגט זי זיך אין פרינציפ מיט די אנדער מוסלעמענער פראקציעס ווי דער שיאטישער איראן. עגיפטן דינט אפטמאל אלס דיפלאמאטישער פארמיטלער צווישן די פארשידענע קעגנערישע לענדער אינעם ראיאן.

אנדערש פון רוב מוסלעמענער לענדער אינעם מיטל מזרח און אפריקע, פארמאגט עגיפטן גוטע באציאונגען מיט ביידע וועלט גרויס-מאכטן, סיי מיט די פאראייניגטע שטאטן און די מערב וועלט, און אזוי אויך מיט רוסלאנד און אירע אליאירטע.

אין ה'תשל"ט האט עגיפטן געשלאסן א שלום מיט ישראל און איז דאן געווארן דאס ערשטע מוסלעמענער לאנד צו אפיציעל אנערקענען מדינת ישראל. זינט דאן האבן זיי געהעריגע דיפלאמאטישע באציאונגען. זיייערע באציאונגען האט זיך עטוואס אפגעהאקט דורכאויס די יארן פון די מוסלעמענער-ברודערשאפט פארטיי אין עגיפטנ'ס רעגירונג, אבער אין ה'תשע"ה, עטליכע יאר נאכן צוזאמפאל פון די מוסלעמענער-ברודערשאפט, האבן זיי צוריק באנייט די באציאונגען און צוריקגעשטעלט די אמבאסאדעס אין ביידע לענדער.

עגיפטן האט אסאך מאל געדינט אלס פארמיטלער צווישן ישראל און אירע אראבישע שכנים.

עגיפטישע באוואפנטע קרעפטען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עגיפטישע באוואפנטע קרעפטן

אויסער אימפּארטירן וואפן, פאבריצירט עגיפטן אליין אסאך טאנקען און מיסילס. די רעגירונג האלט אויף ארום ניינצן טויזנט ארבעטער אין ניין פאבריקן, וואס איז אונטער דער פירערשאפט פון די מיליטער.

די אטאמאנישע אימפעריע האט ערשט איינגעפירט אין עגיפטן א בילדונג סיסטעם אויפן אייראפעאישן שטייגער אין די אנהייב 1800ער יארן כדי צו האדעווען א קלאס פון געטרייע ביוראקראטן און ארמיי אפיצירן. אונטער דער בריטישער אקופאציע האט מען איינגעצויגן די בילדונג סיסטעם.

אין די 1959ער יארן האט פרעזידענט נאסער אריינגעברענגט ביסלעכווייז בחינמדיגע בילדונג פאר אלע עגיפטער.

די מערסט בארימטע זינגערין אין עגיפטן איז אום קולטום

  1. Central Agency for Population Mobilisation and Statistics - Population Clock (July 2008)
  2. Egypt. International Monetary Fund. דערגרייכט דעם 2010-04-21.


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן








ApplySandwichStrip

pFad - (p)hone/(F)rame/(a)nonymizer/(d)eclutterfier!      Saves Data!


--- a PPN by Garber Painting Akron. With Image Size Reduction included!

Fetched URL: http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A6%D7%A8%D7%99%D7%9D

Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy