לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:בילדער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הילף:בילדער)
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.


רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

שטעלן א בילד אין אן ארטיקל איז זייער גרינג. וויקיפעדיע האט אן א צאל בילדער און מען קען אויך ארויפֿלאדן נאך בילדער. די בילדער ווערן געשפייכלט אינעם טעקע נאמענטייל. ווי אויך קען מען ניצן אלע בילדער פון קאמאנס.

  • ווי צו שטעלן דאס בילד
[[טעקע:PictureFileName.png|קליין|קעפל טעקסט]]


אנשטאט PictureFileName.png דארפט איר שרייבן דעם נאמען פון דער טעקע וואס האלט דאס בילד (דער נאמען לאזט אויס .png אדער .jpg), און אנשטאט "קעפל טעקסט" שרייבט איר דאס קעפל וואס זאל שיינען. דאס בילד ווערט געשטעלט אויטאמאטיש אויף דער לינקער זייט פונעם בלאט. אויב ס'איז נייטיג צו שטעלן א בילד רעכטס אדער צענטער דארף מען צולייגן דאס אלס פאראמעטער, למשל:

[[טעקע:PictureFileName.png|קליין|רעכטס|קעפל טעקסט]]


  • צום ביישפיל:

[[טעקע:Latkes.jpg|קליין|צענטער|פאנשקעס]]

פאנשקעס

מען קען דאס מאכן אויך דורך דרוקן דאס זעקסטע קנעפל אין דעם געצייגפאס העכער דער שרייבנשויב. (עס האט א בילד פון א בילד)


ווי גרויס באווייזט דאס בילד?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גרונט גרייס פון אזא בילד איז 180px. איינגעשריבענע באניצער קענען טוישן די גרונטגגרייס אין זייערע פרעפערענצן (טעקע טאב).

אין אלגעמיין פארלאזט מען זיך אויפן גרונטגרייס. ווען מען דארף אלס אויסנאם בדווקא באשטימען די גרייס פונעם בילד, קען מען אריינשרייבן א נומער נאכדעם px. למשל:

[[טעקע:PictureFileName.png|קליין|300px|קעפל טעקסט]]


אזוי באשטימט איר די גרייס פונעם בילד. אויב צום ביישפיל ווילט איר זאל מען זעהן די בילד קליין שרייבט ארום 100px א.א.וו.

  • צום ביישפיל:
פאנשקעס

[[טעקע:Latkes.jpg|קליין|רעכטס|120px|פאנשקעס]]








ארויפלאדן בילדער

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינלאגירטע באניצער מיט אויטאבאשטימטע קאנטעס (ד"ה לכל־הפחות פיר טעג אלט און מיט כאטש צען רעדאקטירונגען) קענען ארויפלאדן מעדיע צו וויקיפעדיע.

כדי אריינלייגן א בילד אין וויקיפעדיע, דארפט איר קוועטשן אויפן לינק 'אַרויפֿלאָדן בילדער/טעקעס וואס געפינט זיך אין דעם געצייג קאסטן אויף דער רעכטער זייט.

וועט זיך אייך אנטפלעקן א בלאט וואו איר קענט ארויפלאדן א טעקע. איר דארפט אריינשרייבן אפאר ווערטער אינעם ליידיגן קעסטל, און אויסקלויבן א דערלויבניש פון אן אראפלאזן מעניו, לויט פון וואנעט מען האט גענומען דאס בילד. און די ליידיג קעסטל איז פאר אן אנגעבונג אז מ'האט רשות פון דארטן.

דאס בילד וואס איר ווילט ארויפלאדן מוז זיך געפינען אויף אייער קאמפיוטער. איר דארפט אויסקלויבן דאס בילד מיטן קנעפל Choose File.

טאמער איר ווילט קאפירן א בילד פון אן אנדער וויקיפעדיע, דארפט איר פריער אראפלאדן דאס בילד אויף אייער קאפיוטער.

א בילד וואס געפינט זיך אין קאמאנס שטעלט מען נישט אין דער וויקיפעדיע דא, ווייל מען קען ניצן דא אין ארטיקלען אלע בילדער פון קאמאנס.

כדי ארויפלאדן א טעקע צו דער יידיש־וויקיפעדיע, גייט צום בלאט באזונדער:ארויפלאדן.

וואסערע בילדער מעג מען דא לייגן?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארזיכטיג: די בילדער פאליסי לויטעט, אז מען טאר נישט ארויפלייגן א בילד אן אנצייכענען בשעת מעשה פון ווי און וואסארא רשות מען האט דאס. אז נישט פליקט מען דאס אראפ. ביטע זייט געווארענט אין דעם כדי אייער ארבייט זאל נישט זיין לטמיון. אפילו מען ווייסט זיכער אז יענער האט עס געגנבעט טאר מען דאס נישט גנבענען צוריק פון אים, ווייל מיר זענען מפקיר די בילדער מיטן דאס ארויפלייגן אויף א וויקיפעדיע. אבער א חרדישע צייטונג איז דאס נישט מפקיר.

בקיצור א בילד וואס האט נישט קיין קלארע באווייז אז דאס איז באפרייט טאר מען נישט נוצן.

בשעת מען טוט ארויפלאדירן א בילד דארף מען אנמערקן אז דער בילד קומט פון אנדערע וויקיפעדיעס אדער אז דאס איז באפרייט דורך איר בעל הבית פאר יעדן צו באנוצען גלייך, נאר אזוי איז זי ערלויבט צו בלייבן אויפן וויקיפעדיע.

לגבי אויסמעקן:פאליסי האט דאס די זעלבע די דין ווי סתם ארטיקלן אויב איז דאס גניבה קומט דאס אראפ נאך א באווייז, און אין אלגעמיין גייט דאס דורך א פראדעצור וואס מען געבט א געלגענהייט פארן ארויפלאדירער זיך צו פארענטפערן געהעריג.

טוט ארויפלאדן אויף קאמאנס - א ריזן געשמאקער בילדער זאמלונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סאיז א בחינה פון זה נהנה וזה לא חסר, אז טאמער לאדענט איר דאס דארט ארויף האבן אלע וויקיפעדיע שפראכן עקסעס דערצו.

כדי ארויף צו לייגן בילדער מוזט איר דאס נעמען פון אן אנדער וויקיפידיע שפראך. אדער פון וויקימידיע קאמאנס (שותפות) וואס דאס דינט ספעציעל ארופצולאדענען פיקטשער סאונד און ווידיאו פיילס. אדער בילדער וואס איר זייט ערלויבט זיי דערשיינען.

אויך קענט איר זיך באנוצן מיטן מוסטער קאמאנסקאט

בילד לעבט אויף ארטיקל

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען איר לייגט א בילד, און דאס איז זייער וויכטיג ווייל עס לעבט אויף דעם ארטיקל, געדענקט צו שרייבן נעבן דעם בילד'ס נאמען, thumb left און סעפערטירט די ווערטער מיט אזא סימבאל | און אויך פארגעסט נישט צו שרייבן אין אידיש דעם טיטול פאסענד אונטערן בילד.

pFad - Phonifier reborn

Pfad - The Proxy pFad of © 2024 Garber Painting. All rights reserved.

Note: This service is not intended for secure transactions such as banking, social media, email, or purchasing. Use at your own risk. We assume no liability whatsoever for broken pages.


Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy