Content-Length: 144481 | pFad | http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%90%D7%A0%D7%92%D7%90_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%9A

קאנגא טייך – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

קאנגא טייך

פֿון װיקיפּעדיע
קאנגא
דער קאנגא ביי מאסאקא
לענג 4,700 קילאמעטער
קוואל טאנגאניקע אזערע
דרענאזש בעקן 4,014,500 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

41,000 קובישע מעטער א סעקונדע

אטלאנטישער אקעאן

לענדער אין דרענאזש בעקן זאמביע, דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, רעפובליק פון קאנגא, אנגאלא

דער קאנגא טייך איז דער לענגסטער טייך פון צענטראל און מערב אפריקע, און דער צווייטער לענגסטער טייך אין גאנץ אפריקע נאכן נילוס. דער קאנגא און זיינע בייטייכן פליסן אדורך דעם צווייטן גרעסטן רעגנוואלד אין דער וועלט. דער קאנגא האט דעם צווייטן גרעסטן אויסגאס אין דער וועלט (נאכן אמאזאנאס, און דעם צווייטן גרעסטן דרענאזש בעקן אין דער וועלט, אויך נאכן אמאזאנאס.

דער קאנגא איז דער טיפסטער טייך אין דער וועלט, אין טייל ערטער טיפער פון 220 מעטער. דער נאמען פונעם טייך שטאמט פונעם אוראלטן קאנגא קעניגרייך, וואס האט באדעקט דעם שטח ביים מויל פונעם טייך. די היינטיקע לענדער דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא און רעפובליק פון קאנגא נעמען אויך זייערע נעמען פון דעם טייך, און ביידע זייערע הויפטשטעט, קינשאזע און בראזאוויל, געפינען זיך אויף די ברעגן פונעם טייך, איינס קעגנאיבער אנאנד.









ApplySandwichStrip

pFad - (p)hone/(F)rame/(a)nonymizer/(d)eclutterfier!      Saves Data!


--- a PPN by Garber Painting Akron. With Image Size Reduction included!

Fetched URL: http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%90%D7%A0%D7%92%D7%90_%D7%98%D7%99%D7%99%D7%9A

Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy