טעמז
מראה
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | פאראייניגטע קעניגרייך |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 334 קילאמעטער |
קוואל | קעמבל |
הייך פון קוואל | 110 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 65.8 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 15,300 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | צפון ים |
לענדער אין דרענאזש בעקן | ענגלאַנד |
דער טעמז (ענגליש: Thames) טייך איז א הויפט טייך וואס פליסט אדורך דרום ענגלאנד. דער טייך פליסט דורך עטלעכע שטעט, צווישן זיי אקספארד, רעדינג, ווינדזאר און איבערהויפט, לאנדאן. ער פליסט אריין אין צפון ים.
דער טעמז האט מער ווי 50 בייטייכן, און איז לאנג 246 ק״מ (215 מייל) און איז דער צווייט־לענגסטער טייך אינעם פאראייניגטן קעניגרייך און דער לענגסטער טייך גענצלעך אין ענגלאנד. אין דעם טעמז זענען דא מער ווי 80 אינזלען.
צווישן די בריקן אריבער דעם טעמז זענען טורעם בריק, לאנדאנער בריק, מילעניום בריק, האנגערפארד בריק און וועסטמינסטער בריק. גאַנץ לאנדאן ליגנט אינעם דרענאַזש־בעקן פֿונעם טעמז.[1]