יהודה אלקבץ
יהודה אלקבץ (געבוירן תשל"ז) איז א אינגערמאן וואס לערנט אין מירער ישיבה אין ירושלים וואס איז געווארן אויפגעצויגן ווי אן אראבער.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יהודה איז געבוירן תשל"ז אין דער אראבישער שטאט סאַכנין אין דער צפון אומגעגענט פון מדינת ישראל נישט ווייט פון צפת און מירון און בשכינות פון דעם אידישן יישוב אין כרמיאל. ער איז אויפגעצויגן געווארן אלס מוכאמעד אל דזשאמעל מיט זיין טאטע און זיין פאראיסלאמירטער מאמע, נישט וויסנדיג פון זיין אידישקייט גארנישט.
הינטערגרונט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין מאמע איז אן אייניקל בן אחר בן פון רבי שלמה אלקבץ פון צפת, פארפאסער פון לכה דודי, און יהודה רופט זיך טאקע אויף דעם משפחה-נאמען אלקבץ. מיט א דרייסיג יאר פריער, איז ארויפגעקומען פון מאראקא א אידישע משפחה פליטים, אנטלאפן פון די בייזע ווינטן וואס האבן געבלאזן און די אראבישע לענדער בימים ההם און זיך פלאצירט און דרום ארץ ישראל, ווען זיי זענען אנגעקומען האט מען זיי כידוע ליידער אויסגעלערנט אז אין חוץ לארץ האט מען געדארפט היטן תורה און מצוות צו זיין אנדערש ווי די גוים אבער דא פעלט דאס שוין מער נישט אויס רח"ל, און אזוי ליידער האט זיך די משפחה געגליטשט ווייטער און ווייטער פון אידישן דרך אזויווי אסאך אנדערע ל"ע.
יהודה'ס מאמע, וואס איז געווען איינע פון די מײדלעך אין דער משפחה, האט זיך באקענט מיט א בחור, וואס האט זיך אהערגעשטעלט ווי א איד, שפעטער האט ער איר געזאגט אז ער איז א דרוזי, און נאך ווען זייער נאענטשאפט איז שוין געווען ממש געבונדן, האט ער זי אנפלעקט אז ער איז גאר א מוסולמענער! מיט דעם אלעם האט זי מחליט געווען חתונה האבן מיט אים, און די משפחה האט אינגאנצן אפגעהאקט דעם קשר מיט איר. נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה איז זי געגאנגען מיט דעם אראבער אין סאכנין. דער פאטער פון דעם אראבער איז געווען א שעיך און מסכים געווען זי אריינעמען אויב זי טויפט זיך צו איסלאם, טוישט איר נאמען, און רעדט נישט קיין העברעאיש אין שטוב, און דער עיקר: צו געבן אירע קינדער אַ מוסלעמענער חינוך.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א געוויסער שטאפל האט דער יונגער מוכאמעד אל דזשאמעל אנגעהויבן פרעגן שאלות, אבער ביי די אראבער איז דא א באקאנטער כלל, מען פרעגט נישט! אז מען פרעגט צופיל שאלות וועט דער ענטפער זיין: "וואס איז מיט דיר? דו ביסט שוין באלד ווי דער יאהוד, (–דער איד) דו פרעגסט שוין צופיל קשיות". מוכאמעד האט נישט געפרעגט אבער ווען די קינדער אין דארף האבן אים אנגעשריגן "גיי זיך פון דאנעט, דו יאהוד", האט ער אנגעהויבן פארדעכטיגן אז די משפחה טראגט מיט זיך מיט א סוד אבער לכבוד דעם איז ער געווארן מער און מער פארשמייליגט אין זיין מוסלמענער רעליגיע.
זייער זעלטן האט דער יונגער מוכאמעד פארלאזט דאס דארף. צווישן די זעלטענע פעלער איז געווען א באזוך ביי דער גרויסער מעטשעט אין ירושלים, דער אל אקצא, אויפן הר הבית. ווי יעדער אראבער, ווען ער האט געענדיגט די יארן אין שולע, האט ער אנגעהויבן ארבעטן, בעיקר הענט ארבעט, בויען, שלעפן, רייניגן. ער האט אנגעהויבן ארבעטן אין בויעריי און זיך געטראפן אלס א בוי ארבעטער אין תל אביב. א גאנצע וואך האט ער געוויילט אין תל אביב. דארטן האט ער צום ערשטן מאל געהאט אן אייגענער טעלעפאן און באשלאסן אז יעצט קען ער דערגיין די סוד פון דער משפחה. ביים נעקסטן באזוך אין שטוב, האט ער אויסגענוצט די מינוט ווען קיין איינער איז נישט געווען נעבן אים און אנגעהויבן גריבלען אין די פאפירן פון זיין מאמען, דארט האט ער זיך באגעגענט מיט א רייע פון נומערן. שנעל, נאך איידער מען זאל אים דערווישן, האט ער אפגעשריבן די נומערן. זייענדיג אין תל אביב האט ער זיי אנגעקלינגען. עס האט נישט געדויערט לאנג און זיי האבן געכאפט ווער ער איז און ענדליך האט ער באקומען די באשטעטיגונג צו זיינע פארדאכטן. זיין מאמע איז א אידענע! זי האט אידישע שוועסטער. אבער ער איז נאך אלץ געווען זיכער אז זי איז א איד אבער ער איז א מוסלעמענער.
זיין מאמע האט אים געפראוועט א בר מצווה
ער איז אנטלאפן דאס ערשטע מאל פין זיין טאטע זיכן ארבעט און תל אביב און זיין טאטע האט איהם גערופען אז אויב ביז 24 שעה איז ער נישט צוריק לייגט ער איהם אוועק און איז שנעל אהיים געלאפן.
ער האט אנגערופן זיינע מומע פרעגן וואס גייט פאר, און אנגעקומען צי זיין מומע אויף ערב יו"כ בהשגחה פרטית.
איבער יאר האט ער געטראפן א רב און געוואלט וויסן ווען איז יו"כ ווייל ער וויל פאסטן, און האט שפאצירט 7 קילמוטר צופיס זיך ארויסגעגנבט פון זיין טאטע אין א שול. אין דער שול, נישט וויסנדיק קיין לשון קודש, האט ער געליינט דעם קוראן.
זיין טאטע האט אנפלעקט זיינע מעשים און אים געגעבן מכות רצח און שיער געשטארבן זיך אויפוועקענדיג אין שפיטאל.
ער איז אנטלאפן פון שפיטאל
ער האט זיך דערקייקלט קיין לב לאחים
מאיז געווארן ווער איז זיין יחוס און גרויסע זיידעס
ער איז געגאנגען צי א סעמינאר פון ערכים
הרב עובדיה יוסף האט געהאלפען מברר זיין יחוס אין סידור קידושין
ער האט חתונה געהאט מיט עפעס א מזרחסיטשער ווייב, געהאט א פאר קינדער, און זי איז נעבעך אפגעפארן, און גענומען די קינדער מיט זיך.
ער האט געמוזט אנטלויפן נאך וואס זיין טאטע האט זיך אויפגעוועקט צי מעקסיו
ער איז אנדעקומען אין צפת
בנצי גופשטיין האט אים אריינגעשוקט קיין עזה צי ארויסראטעווען 3 אידישע פאלוירענע נשמות
ער איז געווען א געלונגעגנע קאנטרעקטער
מוחמד האט געגעסן ליל שבת ביי איהם א סעודה ווען ער האט זיך געוואלט מקרב זיין צו אידשקייט מ'האט געזינגען זמירות ותשבחות, און א איד (א.ב.) האט אנגעהויבן זינגען עפעס א קארליבאך "לכה דודי". און מוחמד האט זיך גענומען גיסן טייכן טרערן זאגנדיג אז די ווערטער האט איהם מוראדיג געכאפט, נאך פארן וויסן בכלל אז ער איז אן אייניקל זיינס
הפנים, ר' יהודה נאכן אדורכגיין א לעבן וואס קען אנפילען א גאנצן בוך האט געכאפט א תשוקה צו אלעס אוועק לייגען אין זיך זעצן דינען די באשעפער לערנען און דאווענען און דאס איז עס, ער האט זיך דערקייקעלט קיין ישיבת מיר, אין זיך אריינגעזעצט אין געוואלט לערנען, די סעקיורעטי פאר עפעס א סיבה האט איהם ארויסגעשיקט, אינדרויסן האט ער אנגעטראפען איינער וואס האט איהם געקענט אין ער האט איהם פארציילט אז מ'האט איהם ארויסגעווארפען פין ישיבה דא, זיין באקאנטער זעהנדיג ווי ער קוקט אויס האט איהם פארדאגעט עפעס א היט און רעקל אין אזוי האט ער זיך אריינגעזצט אין ישיבה, א קיצור עס איז דא א נאך א גאנצע השתלשות וויאזוי ער האט זיך דערקייקלט קיין תולדות אהרן ווי משפחת סאמעט (וואס האט פאלוירן א זוהן ביי רב וואזנר'ס לויה) האט איהם ממש אריין גענומען ווי א בן בית, נאך א סייעתא דשמיא ווי ער איז אנגעקומען צי א חברותא און פארוואס ער איז געגאנגען לערנען ווי זיין ראש חבורה'ס זוהן ר' אהרון פלעגט דאווענען.
ער איז אנטלאפען קיין טאראנטא פאר א שטיק צייט נאך וואס זיין טאטע האט איהם אנגעהויבן מאכן קונצן.
ער האט שוין נישט מורא פון זיין טאטע וויבאלד זיינע עלטערן וואוינען שוין נישט צוזאמען, ביי די אראבערס גייט עס אז מ'איז שוין נישט אינטרעסירט אין די קינדער אויך.
ער האלט שוין נישט קיין פארבינדונג מיט זיין אלטע פאמיליע יארן יארן, וואס ער ווייסט איז זיין מאמע נאך דארט, (ער זאגט ער האט א געפיל אז זי איז שוין נישט בין החיים).
לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "פון די אראבישע סאכנין קיין ישיבת מיר" אין די וואך נשא תשפ"ב
- אינטערוויו: "אויף מיין טיש אין כולל זיצט א יונגערמאן א אראבער?, הערט א דראמאטישע געשיכטע פון א פרומער לומד אין די מירער ישיבה וואס קומט פון א אראבישע פאמיליע, זיין טאטע איז ליידער אן אראבער און זיין מאמע איז א אייניקעל פון רבי שלמה אלקביץ זצ"ל בעל לכה דודי אויף קול מבשר
- א ניגון "לכה דודי" פון ברוך לעווין
- https://abc770.org/article_node_2062/
- https://www.sodot.tv/article.php?id=1818
- https://www.hidabroot.org/article/224132
- https://daf-yomi.com/Data/UploadedFiles/DY_Item/23283-sFile.pdf
- https://kerenza25.files.wordpress.com/2018/08/d7a9d795d7a4d798d799d79d-428.pdf
- https://www.inn.co.il/news/568038